צווייטער אייראָפּעיִשער ייִדיש־מאַראַטאָן
פֿונעם 29סטן דעצעמבער 2019 ביזן 4טן יאַנואַר 2020
Oybir vilt beser leyenen oyf transliteratsye kent ir dos ton do : leyenen vegn dem yidish-maraton (i mit yidishe oysyes i oyf transliteratsye)
זוניקע ווינטער־וואַקאַציעס אויף ייִדיש
פֿונעם 29סטן דעצעמבער 2019 ביזן 4טן יאַנואַר 2020 אָרגאַניזירט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער בשותּפֿות מיט .othermusic e. V די צווייטע אייראָפּעיִשע ייִדיש־וואָך, לויטן מאָדעל פֿון דער לאַנגיאָריקער אַמעריקאַנער אונטערנעמונג. עס וועט זײַן אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען אַ וואָך וואַקאַציעס מיט ייִדישיסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וואָס וועלן זיך אַלע צונויפֿקומען אויף איין וואָך אין גריכנלאַנד. דער ציל איז נאָר הנאה צו האָבן און זיך אויסרוען – אויף ייִדיש !
יעדן טאָג וועט מען האָבן עטלעכע אַקטיוויטעטן וואָס מע וועט קענען אָנטייל נעמען אין זיי אויב מע וויל – אַניט וועט מען אויך קענען שפּאַצירן אויפֿן ברעג ים צי אין שטעטל, מאַכן עקסקורסיעס מיט אַנדערע ייִדישיסטן אין דער שיינער געגנט אָדער סתּם זיצן מיט חבֿרים און כאַפּן אַ שמועס (אויף ייִדיש אַוודאי !).
די אַקטיוויטעטן־פּראָגראַם וועט מען שאַפֿן צוזאַמען מיט די אָנטייל־נעמער. יעדער איינער קען פֿאָרלייגן עפּעס – אַבי עס זאָל זײַן אויף ייִדיש (למשל – שפּילן, דיסקוסיעס, רעפֿעראַטן, וואַרשטאַטן אאַז״וו). דערצו וועלן מיר אָרגאַניזירן לכל־הפּחות איין בשותּפֿותדיקע עקסקורסיע צו אַ נאָענט אָרט.
יעדער מענטש וואָס רעדט ייִדיש קען קומען (אַפֿילו אָנהייבער), אַבי מע זאָל זײַן מסכּים צו רעדן נאָר אויף ייִדיש במשך פֿון דער וואָך אין אַלע עפֿנטלעכע ערטער און מיט אַלע אַנדערע אָנטייל־נעמער.
די פּרײַזן זענען פֿאַר איין מענטש און נעמען אַרײַן דעם האָטעל, פֿרישטיק און וועטשערע און אַלע אַקטיוויטעטן פֿון דעם ייִדיש־מאַראַטאָן. מיטאָג עסן און רײַזע־הוצאות זענען נישט אַרײַנגערעכנט (אַחוץ דעם מיטאָג עסן פֿונעם צווייטן טאָג, דעם 30סטן דעצעמבער, וואָס איז יאָ אַרײַנגערעכנט).
דער האָטעל וווּ מיר וועלן זײַן איז אַ פּשוט אײַנגענעם אָרט, ממש לעבן ברעג ים. דער נאָמען פֿון האָטעל איז סאַראָן, און דאָס איז זייער וועבזײַטל : http://saronhotel.gr/.
אַלגעמיינע באַדינגונגען און פּרײַזן
די פּרײַזן פֿאַר דער גאַנצער וואָך זענען :
- אין אַן איינצל־צימער – 570 אייראָס
- אין אַ צימער פֿאַר 2 – 450 אייראָס
- אין אַ צימער פֿאַר 3 אָדער 4 – 320 אייראָס
- קינדער צווישן 6 און 12 יאָר – 120 אייראָס
- קינדער אונטער 6 יאָר – בחינם
די פּרײַזן זענען פֿאַר איין מענטש און נעמען אַרײַן דעם האָטעל, פֿרישטיק און וועטשערע און אַלע אַקטיוויטעטן פֿון דעם ייִדיש־מאַראַטאָן. מיטאָגן און רײַזע־הוצאות זענען נישט אַרײַנגערעכנט (אַחוץ דעם מיטאָג פֿונעם צווייטן טאָג, וואָס איז יאָ אַרײַנגערעכנט). אין האָטעל וועט איר האָבן בחינמדיקן אינטערנעץ דורך « ווײַ־פֿײַ ».
עס איז נישט מעגלעך זיך אײַנצושרײַבן נאָר אויף אַ טייל פֿון דער וואָך.
סטיפּענדיעס און שטיצן די פּראָגראַם
אויב איר ווילט בעטן אַ סטיפּענדיע צו קומען אויפֿן ייִדיש־מאַראַטאָן, שרײַבט אונדז דערקלערנדיק פֿאַר וואָס איר נייטיקט זיך אין פֿינאַנציעלער הילף : marathon@yiddishweb.com. די סטיפּענדיעס זענען דער עיקר פֿאָרויסגעזען פֿאַר סטודענטן אונטער 30 יאָר.
דערווײַל האָבן מיר ווייניק געלט אויף צו פֿינאַנסירן סטיפּענדיאַנטן, אָבער מיר ווילן שטאַרק דערמעגלעכן יונגע סטודענטן צו קומען, אַפֿילו אויב זיי האָבן נישט גענוג געלט.
מיר בעטן אײַך אַז אויב איר האָט די פֿינאַנציעלע מעגלעכקייט אונדז צו העלפֿן אָרגאַניזירן די פּראָגראַם און געבן סטיפּענדיעס, זאָלט איר עס טאָן.
אויב איר ווילט העלפֿן פֿינאַנסירן סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן, קענט איר צוגעבן געלט בשעתן פֿאַרשרײַבן זיך אויף דער וועבזײַט « העלאָאַסאָ ». איר קענט אויסקלײַבן אַליין די סומע וואָס איר ווילט געבן. אויף צו פֿינאַנסירן איין סטיפּענדיאַנט דאַרפֿן מיר האָבן 250 אייראָס.
איר קענט אונדז אויך דירעקט שרײַבן אויב איר ווילט געבן אַ צושטײַער.
אײַנשרײַבן זיך :
איר קענט באַצאָלן פֿאַר דער אײַנשרײַבונג אויף דער וועבזײַט « העלאָאַסאָ ». ווען איר וועט האַלטן בײַם צאָלן, וועט אײַך די וועבזײַט פֿאָרלייגן צוצוגעבן אַ געוויסע סומע « טרינקגעלט » וואָס אַ דאַנק דעם פֿונקציאָנירט זי. דער דאָזיקער צושטײַער, ווי אויך זײַן באַטרעף, איז אין גאַנצן פֿרײַוויליק. איר קענט בײַטן די סומע מיט דעם געהעריקן קנעפּל איידער איר ענדיקט זיך אײַנשרײַבן.
זיך אײַנשרײַבן אויפֿן ייִדיש־מאַראַטאָן : https://www.helloasso.com/associations/maison-de-la-culture-yiddish-bibliotheque-medem/evenements/ii
פֿראַגעס ?
דאָ קענט איר לייענען מער וועגן דעם ייִדיש־מאַראַטאָן (מיט ייִדישע אותיות און אויף טראַנסליטעראַציע) :
Do kent ir vayter leyenen vegn dem yidish-maraton (i mit yidishe oysyes i oyf transliteratsye)
אויב איר האָט ווײַטערדיקע פֿראַגעס קענט איר שרײַבן צו דער אַדרעס : marathon@yiddishweb.com.
די צאָל באַטייליקטע איז באַגרענעצט – פֿאַרשרײַבט זיך גיך !
די פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט דורך דעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק און ייִדיש־ווײַמאַר . דער אָרגאַניזאַציע־קאָמיטעט באַשטייט פֿון שרון בר־כּוכבֿא, טל חבֿר־כיבאָווסקי, רייזע טורנער, וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ, און אַנדרעאַס שמיטגעס.
די פּראָגראַם ווערט אונטערגעשטיצט דורך דער בנימין שעכטער־פֿונדאַציע, ווי אויך דורך פּריוואַטע בײַשטײַערער.