Oyneg-shabes en mémoire de Szulim et Lena Rozenberg
Samedi 19 mars 2016 à 15h30
קלאַסצימער אין אָנדענק פֿון שלום און לענאַ ראָזענבערג
אונדזער צענטער האָט לעצטנס פֿאַרלוירן דעם חבֿר שלום ראָזענבערג, דעם לעצטן „פֿון דער אַלטער היים“ צווישן אונדז.
געטרײַ צו זײַנע בונדישע יוגנט־אידעאַלן, האָט שלום כּסדר געטאָן פֿאַר דער ייִדיש־קולטור, פֿאַר דער מעדעם־ביבליאָטעק.
אין 2005 האָט ער געהאַט פֿאַרלוירן זײַן ווײַב לענאַ יעדוואַב־ראָזענבערג, אַ באַליבטע
וואָרט־קינסטלערין און שרײַבערין.
אין פֿאַרשטענדיקונג מיט זייערע קינדער, האָט דער צענטער באַשלאָסן אָנצורופֿן אַ קלאַסצי־ מער אין אונדזער הויז א“נ „שלום און לענאַ ראָזענבערג“, און דאָס אָפּצומערקן מיט אַ יום־טובֿדיקן צוזאַמענקום.
Inauguration de la salle Szulim et Lena Rozenberg
En février 2015 nous avons perdu notre ami Szulim Rozenberg. Fidèle aux idées du Bund depuis sa jeunesse à Varsovie, il a toujours servi la cause du yiddish et de la Bibliothèque Medem.
En 2005 décédait sa compagne, Lena Jedwab-Rozenberg, excellente diseuse de poésie yiddish et auteure d’écrits en cette langue.
En leur souvenir, la plus spacieuse des salles de classe de la Maison de la culture yiddish – Bibliothèque Medem deviendra salle Szulim et Lena Rozenberg.
Nous célèbrerons cette inauguration par une réunion festive. Entrée libre.