A. Vayter (1879-1919) : révolutionnaire juif, écrivain novateur, martyr
Visioconférence de Prof. Eugene Orenstein
אַ. װײַטער (1879 – 1919) : ייִדישער רעװאָלוציאָנער, נאָװאַטאָרישער ייִדישער שרײַבער, קדוש
אינטערנעץ־רעפֿעראַט פֿון פּראָפֿ’ יודזשין אָרענשטיין
מיטוואָך דעם 27סטן מײַ 2020, 17 אַז’ (פּאַריזער צײַט)
א. ווײַטער (פּסעוודאָנים פֿון אײַזיק־מאיר דעווענישסקי, 1879—1919) איז איינע פֿון די קאָלירפֿולסטע געשטאַלטן פֿונעם ייִדישן קולטור־אויפֿבלי פֿאַר און בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. צו 16 יאָר איז ער אַריבער פֿון גמרא צו ליטעראַטור און באַלד — צו דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג. ער איז געווען דער טאָנגעבער פֿון די רעוואָלוציאָנערע געשעענישן אין ווילנע אין 1905, שפּעטער זיך אָפּגעגעבן מיט ליטעראַטור, באַזונדערס מיט טעאַטער. געשטאַנען נאָענט צו פּרצן, מיט וועמען ער האָט געטיילט אידעען און פּראָיעקטן. ער איז דערהרגעט געוואָרן בעתן פּאָגראָם וואָס די פּוילישע אַרמיי האָט דורכגעפֿירט בײַם אָקופּירן ווילנע אין אַפּריל 1919.
Mercredi 27 mai 2020 à 17h (l’heure de Paris)
A. Vayter (pseudonyme d’Ayzik-Meyer Devenishski, 1879-1919) fut l’une des personnalités les plus captivantes du printemps culturel yiddish avant et pendant la première guerre mondiale. Passé à 16 ans des études talmudiques à l’activité littéraire, puis révolutionnaire, il joue un rôle de premier plan à Vilne pendant la révolution de 1905. Ensuite il se concentre sur la littérature et le théâtre, se rapprochant beaucoup de Y.L. Peretz, avec qui il partage idées et projets. A.Vayter meurt assassiné pendant le pogrom perpétré par l’armée polonaise après la prise de Vilne en avril 1919.
La visioconférence se déroule en yiddish sur l’application Zoom.
Prix libre
Pour certaines activités en ligne nous avons opté pour le tarif libre, c’est à dire que vous fixez vous-mêmes le prix de votre billet en fonction de vos possibilités et de ce qui vous semble juste. À titre indicatif, pour les conférences dans nos locaux le tarif est de 5 euros pour les adhérents et 8 euros pour les non-adhérents.
פּרײַז : איר באַשליסט
פֿאַר געוויסע אינטערנעץ־אַקטיוויטעטן האָבן מיר אויסגעקליבן די אָפּציע « פֿרײַער פּרײַז ». דאָס הייסט אַז איר באַשליסט אַליין, לויט אײַערע מעגלעכקייטן און לויט דעם וואָס איר מיינט איז ריכטיק, וויפֿל איר באַצאָלט פֿאַרן בילעט. אויב איר ווילט אַן אָנווײַז, זײַט וויסן אַז אַ רעפֿעראַט אינעם לאָקאַל פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער קאָסט 5 אייראָס פֿאַר מיטגלידער און 8 אייראָס פֿאַר אַנדערע אָנטייל־נעמער.