אינטענסיווער סעמינאַר
דער עכאָ פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע אין דער ייִדישער ליטעראַטור
פֿונעם 10טן ביזן 12טן נאָוועמבער 2017
פֿרײַטיק דעם 10טן נאָוועמבער
פֿון 14:30 אַז’ ביז 18:00 אַז’
שבת דעם 11טן נאָוועמבער
פֿון 9:30 אַז’ ביז 18:00 אַז’
זונטיק דעם 12טן נאָוועמבער
פֿון 9:30 אַז’ ביז 18:00 אַז’
דער סעמינאַר צילט צו געבן אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון פּאַריז, פּראָווינץ און אויסלאַנד אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען דריטהאַלבן טאָג אין אַ פֿרײַנדלעכער, ייִדיש־רעדנדיקער שטודיר־סבֿיבֿה. צען לעקציעס צו אָנדערהאַלבן שעה אונטער דער אָנפֿירונג פֿון יודזשין אָרענשטיין (עמעריטירטער פּראָפֿעסאָר פֿון מעקגיל־אוניווערסיטעט, מאָנטרעאָל). יודזשין אָרענשטיין האָט דורכגעמאַכט זײַן אוניווערסיטעט־קאַריערע אינעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים פֿון מעקגיל־אוניווערסיטעט. זײַן ספּעציאַליטעט איז מאָדערנע געזעלשאַפֿטלעכע און אינטעלעקטועלע ייִדישע געשיכטע, און ער האָט זיך באַזונדערש פֿאַרנומען מיט דער ייִדישער אַרבעטערשאַפֿט און מיט דער סאַציאַליסטישער באַוועגונג אין מיזרח־אייראָפּע און אין צפֿון־אַמעריקע. אָרענשטיין האָט זיך אויך אַ סך אָפּגעגעבן מיט דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור און איז איינער פֿון די אָנגעזעענסטע פּראָפֿעסאָרן פֿון ייִדישער ליטעראַטור.
שׂכר־לימוד : 170 אייראָס פֿאַר סטודענטן אונטער 30 יאָר, אײַנגעשריבענע אין אוניווערסיטעט (מע דאַרף ווײַזן אַ לעגיטימאַציע) : 120 אייראָס . סטודענטן קענען בעטן אַ סטיפּענדיע (talmidim@yiddishweb.com).
שבת־טיש
פֿרײַטיק דעם 10טן נאָוועמבער 19 אַז’
רעוואָלוציאָנערע ייִדישע מאכלים !
פּרײַז : 29 אייראָס
מיטגלידער : 23 אייראָס
פֿאַר די באַטייליקטע אינעם סעמינאַר : 20 אייראָס
Séminaire intensif :
les échos de la révolution russe dans la littérature yiddish
Du 10 au 12 novembre 2017
Vendredi 10 novembre
de 14h30 à 18h
Samedi 11 novembre
de 9h30 à 18h
Dimanche 12 novembre
de 9h30 à 18h
Ce séminaire a pour but de permettre à des étudiants parisiens, de province ou de l’étranger de se retrouver pour deux jours et demi d’étude conviviale, et de baigner dans une ambiance linguistique yiddish. Dix cours de 1h30, sous la direction d’Eugene Orenstein (professeur émérite, université McGill, Montréal). Eugene Orenstein a accompli sa carrière universitaire au sein du département d’études juives à l’université McGill. Spécialisé dans le domaine de l’histoire sociale et intellectuelle juive moderne, il s’est particulièrement intéressé à la classe ouvrière juive et au mouvement socialiste en Europe de l’Est et en Amérique du Nord. Il a aussi porté son attention sur le développement de la culture yiddish moderne et occupe une place éminente parmi les professeurs de littérature yiddish.
Plein tarif : 170€ Tarif réduit pour étudiants à plein temps de moins de 30 ans (joindre un justificatif d’inscription à une université) : 120€ . Des bourses pourront être accordées aux étudiants (talmidim@yiddishweb.com).
Shabes-tish
Vendredi 10 novembre à 19h
Cuisine yiddish révolutionnaire !
Tarif : 29€
Adhérents : 23€
Pour les participants au séminaire : 20€