Mardi 14 octobre 2014 à 19h30
Le 14 octobre 1944, alors que la guerre faisait encore rage en Europe et ailleurs, les responsables de l’Arbeter-Ring à Paris rouvraient les portes de la « Bibliothèque Nomberg » auprès du Club Medem. À cette occasion, il fut décidé que la bibliothèque, fondée en 1929, s’appellerait Bibliothèque Medem. En ces heures difficiles, lorsque l’on commençait à prendre la mesure du khurbn, de l’anéantissement, une telle décision signifiait un double crédo : en rouvrant la bibliothèque, ces militants disaient leur foi dans la culture, notamment la culture yiddish, comme réponse à la barbarie nazie ; en lui donnant ce nouveau nom, ils entendaient la placer sous l’inspiration de la conception humaniste du judaïsme qui fut celle de Vladimir Medem, selon laquelle convergent harmonieusement l’adhésion à des idéaux universels et l’attachement à la culture populaire yiddish.
La Bibliothèque Medem est devenue, en 1979, une association indépendante. Jusqu’à présent, au sein de la Maison de la culture yiddish, elle garde fidèlement l’esprit et le souvenir de ses fondateurs.
La Maison de la culture yiddish — Bibliothèque Medem marquera cet anniversaire par une soirée dans ses locaux, mardi 14 octobre 2014 à 19h30.
70 יאָר זינט דער ווידער־דערעפֿענונג פֿון דער מעדעם־ביבליאָטעק
דינסטיק דעם 14טן אָקטאָבער 19,30 אַז’
דעם 14טן אָקטאָבער 1944, געציילטע וואָכן נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון פּאַריז, ווען די מלחמה־פֿײַערן האָבן נאָך געברענט איבער אייראָפּע און איבער דער וועלט, האָבן די טוערס פֿון פּאַריזער אַרבעטער־רינג צוריק געעפֿנט די טירן פֿון דער נאָמבערג־ביבליאָטעק בײַם מעדעם־קלוב. בײַ דער געלעגנהייט איז באַשלאָסן געוואָרן אַז די ביבליאָטעק, וואָס איז דעמאָלט שוין אַלט געווען 16 יאָר, וועט קריגן דעם נאָמען „מעדעם־ביבליאָטעק“. אין אַ שווערער צײַט, ווען מע האָט אָנגעהויבן באַנעמען די גרייס פֿון ייִדישן חורבן, האָט אַזאַ באַשלוס מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ טאָפּעלן אַני־מאמין. דורכן באַנײַען די ביבליאָטעק־טעטיקייט האָבן יענע טוערס אויסגעדריקט זייער גלויבן אין מענטשלעכער קולטור און אין ייִדישער קולטור בפֿרט ווי אַן ענטפֿער אויף דער ערשט איבערגעלעבטער נאַצישער אוממענטשלעכקייט. דורכן נאָמען מעדעם, האָבן זיי געשטעלט די באַנײַטע ביבליאָטעק־אַרבעט אונטערן צייכן פֿון וולאַדימיר מעדעמס הומאַניסטישן ייִדישקייט־באַנעם, אין וועלכן עס גיסן זיך האַרמאָניש צונויף דער אָנשלוס אין אַלמענטשלעכע אידעאַלן מיט דער צוגעבונדנקייט צו דער פֿאָלקסקולטור.
זינט די מעדעם־ביבליאָטעק איז אין 1979 געוואָרן אַ זעלבשטענדיקע געזעלשאַפֿט און ביז הײַנט, ווען זי איז דאָס האַרץ פֿון פּאַריזער ייִדיש־צענטער, היט זי ווײַטער געטרײַ אָפּ דעם גײַסט און דעם אָנדענק פֿון אירע גרונטלייגערס און בויערס.
דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער מעדעם־ביבליאָטעק וועט אָפּמערקן דעם יאָרטאָג דורך אַ חבֿרישן צוזאַמענקום, דינסטיק דעם 14טן אָקטאָבער 2014 19,30 אַז’.