The Golden Chain : Yitskhok-Leybush Peretz and his Literary Heritage
Season of cultural events and exhibition in partnership with the Library of the Jewish Community of Zurich and the Center for Jewish Studies at Basel University.
Season Opening : Thursday 12 February 2015
Although his career in Yiddish literature lasted only 27 years (1888–1915), throughout this time Yitskhok-Leybush Peretz produced a considerable body of work including prose, poetry, plays and critical essays. He is traditionally seen as one of the three founders of modern yiddish literature (along with Mendele Moykher-Sforim et Sholem-Aleykhem), and Peretz was also the mentor of an entire generation of writers and artists who saw him as something of a spiritual guide. He was constantly developing new forms of writing, and was influenced by both classical European as well as Jewish traditions. His almost prophetic vision of the world meant that he was one of the first Yiddish writers to embrace socialist ideals. From 1906 onwards, he was the first to foresee the risks of authoritarian tendencies. His gradual shift towards an ideology based on spirituality continues to appeal to modern readers. His work for the theatre can still help us understand dilemmas in contemporary society, while his novels offer an endless source of beauty.
On this, the occasion of the centenary of Peretz’s death, the exhibtion : « The Golden Chain » : Yitskhok-Leybush Peretz and his literary heritage » places Peretz and his literary career in the context of the world in which he lived , presenting evidence of his impact on the creative people of his own times and those who followed. Artists’ engravings from the original editions will be on display along with numerous editions of Peretz’ work and literary criticism.
Thursday 12 February 2015
18:30 Exhibition Opening Free admission. Free admission.
20:00 Peretz – A Continent to Be Discovered and Re-discovered. Lecture in French by Yitskhok Niborski. Free admisson.
Saturday 7 March 2015
15:00 Ceglana, the Street of Literature. Round table discussion.
Yitskhok-Leybush Peretz’ home in Warsaw, on Ceglana Street, became something of an obligatory passage for all aspiring Yiddish writers. Writers such as Sholem Asch, Sh. An-ski, Dovid Bergelson, Der Nister, Alter Kacyzne, Hersh-Dovid Nomberg, Yoysef Opatoshu, Dovid Pinski, Avrom Reyzen, Lamed Shapiro, Itshe-Meyer Vaysenberg and Yehoyesh, all started their careers here.
Moderated by Gilles Rozier, with Yitskhok Niborski and Natalia Krynicka.
Entry : 7 € ; members of the Paris Yiddish Center : 5 €.
17:30 Peretz’s World. Lecture in French illustrated with multimedia.
Presentation of the author, his friends and family, the town where he was born – Zamosc – as well as his literary entourage and, of course, Warsaw, where he was a major figure on the art scene (1890–1915).
Akvilė Grigoravičiūtė and Sharon Bar-Kochva.
Entry : 7 € ; members of the Paris Yiddish Center : 5 €.
די גאָלדענע קייט : י. ל. פּרץ און זײַן ליטעראַרישע ירושה
אַ קולטורעלער סעזאָן און אַן אויסשטעלונג אין צוזאַמענאַרבעט מיט דער ביבליאָטעק פֿון דער ייִדישער קהילה אין ציריך און מיטן צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים אין דער באַזעלער אוניווערסיטעט.
דערעפֿענונג : דעם 12טן פֿעברואַר 2015
אין די בלויז 27 יאָר וואָס ער האָט געשאַפֿן ווי אַ ייִדיש־שרײַבער (1888—1915), האָט יצחק־לייבוש פּרץ אַוועקגעשטעלט מיט זײַן ווערק אין פּראָזע, פּאָעזיע, טעאַטער און קריטיק אַ ירושה לדורות. לעבן מענדעלע מוכר־ספֿרים און שלום־עליכם ווערט ער פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די דרײַ „קלאַסיקער” – „דער פֿאָטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור”. אַחוץ זײַן ליטעראַריש ווערק און רעדאַקציאָנעלער אַרבעט האָט פּרץ אויסגעהאָדעוועט אַ גאַנצן דור ייִדישע מחברים און קינסטלער, וואָס האָבן אין אים געזען אַ גײַסטיקן מדריך.
אַן אייביקער עקספּערימענטאַטאָר מיט נײַע פֿאָרמען און אויסדרוק־מיטלען, האָט פּרץ געשעפּט אינספּיראַציע אי פֿון דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור אי פֿון דער ייִדישער טראַדיציע. ער איז געווען פֿון די ערשטע גרויסע ייִדישע שרײַבער וואָס האָבן אויסגעדריקט אין זייער ווערק סאָציאַליסטישע אידעען — און שוין אין 1903 איז ער געווען באַוווּסטזיניק וועגן זייערע סכּנות. איז ער אַוועק פֿון דער אידעאָלאָגיע צו גײַסטיקייט און אַזוי אַרום בלײַבט זײַן ווערק פֿאַרכאַפּנדיק פֿאַרן הײַנטיקן לייענער. זײַנע שטאַרקע דראַמאַטישע ווערק זענען נאָך אַלץ אַקטועל בנוגע די הײַנטצײַטיקע פֿראַגעס. פּרצעס דערציילונגען זענען אַן אייביקער קוואַל פֿון שיינקייט. לכּבוד זײַן 100 סטן יאָרצײַט אָרגאַניזירט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק אַן אויסשטעלונג : „די גאָלדענע קייט : י. ל. פּרץ און זײַן ליטעראַרישע ירושה”. די אויסשטעלונג וועט באַטראַכטן פּרצעס לעבן און ווערק און די באַציִונגען צווישן אים און זײַן ליטעראַרישן נאָכוווּקס. זי ווערט באַגלייט מיט די פּרעכטיקע בילדער וואָס קינסטלער האָבן געשאַפֿן צו אילוסטרירן פּרצעס ווערק. מען וועט אויך קענען באַקוקן פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס פֿון זײַנע ביכער און אַרבעטן וואָס מע האָט וועגן אים אָנגעשריבן.
דאָנערשטיק דעם 12טן פֿעברואַר 2015
18 אַז’ : פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.
20 אַז’ : יצחק ניבאָרסקיס דערעפֿן־רעפֿעראַט פֿונעם פּרץ־יאָר : „פּרץ : אַ קאָנטינענט צו אַנטדעקן אָדער ווידער־אַנטדעקן“. אַרײַנגאַנג פֿרײַ.