Exposition / אויסשטעלונג
Trois classiques
À partir du jeudi 11 janvier 2018.
Pour la littérature yiddish, la première guerre mondiale est une période charnière qui voit la disparition de la génération des fondateurs. En trois années successives meurent Yitskhok-Leybush Peretz (1852–1915), Sholem-Aleykhem (1859–1916) et Mendele Moykher-Sforim (1836–1917), considérés désormais comme des classiques. Les expositions consacrées à chacun d’eux dans l’année de leur centenaire sont à présent réunies, faisant culminer ainsi notre hommage aux trois grands écrivains et à l’étonnante modernité de leur oeuvre. Mendele, qui à partir d’un savoir élitiste a élaboré les instruments d’un art au service du peuple, Sholem-Aleykhem, qui a réveillé le rire de ses lecteurs face aux difficultés de l’existence, et Peretz, le poète à la vision prophétique, semblent souvent parler d’aujourd’hui.
Exposition en français et en yiddish.
Entrée libre
Retrouvez l’exposition en ligne.
Vernissage / דערעפֿענונג jeudi 11 janvier 2018 à 18h30
פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור איז די ערשטע וועלט־מלחמה אַן איבערגאַנג־פּעריאָד ווען עס פֿאַרשווינדט דער דור פֿון די גרונטלייגער אין פֿאַרלויף פֿון דרײַ יאָר פֿאַרשווינדן איינער נאָכן אַנדערן די דרײַ קלאַסיקער יצחק־לייבוש פּרץ (1852 –1915), שלום־עליכם (1859 –1916) און מענדעלע מוכר־ספֿרים (1836 –1917). די אויסשטעלונגען וואָס מיר האָבן אָפּגעגעבן יעדערן פֿון זיי צו זײַן הונדערטסטן יאָרצײַט ווערן איצט צונויפֿגעגאָסן אין איינעם אַזוי דערגייען צו זייער הויכפּונקט דרײַ יאָר אין וועלכע מיר האָבן אָפּגעגעבן כּבֿוד די דרײַ גרויסע קינסטלער און אַרויסגעהויבן די דערשטוינענדיקע מאָדערנקייט פֿון זייער ווערק סײַ מענדעלע וואָס האָט פֿונעם וויסן פֿון יחידי־סגולה אויסגעשמידט די געצײַג פֿאַר אַ קונסט צו דינסט דעם פּראָסטן מענטש סײַ שלום־עליכם וואָס האָט געוויזן דעם פֿאָלק ווי אויפֿצונעמען דורך געלעכטער די דראַמעס פֿון דער געשיכטע סײַ פּרץ דער נבֿיאישער פּאָעט רעדן דאַכט זיך אָפֿט מאָל וועגן ממש הײַנטיקע ענינים.