אינטענסיווער סעמינאַר
רײַזע אין אַ פֿאַרקערטער ריכטונג : אַהרן צייטלינס ווערק
צוליב דער עפּידעמיע פֿון קאָראָנאַ־ווירוס און די מיטלען וואָס די פֿראַנצייזישע רעגירונג האָט אָנגענומען צו באַגרענעצן די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער קראַנקייט, ווערט דער אינטענסיווער סעמינאַר אָפּגעלייגט אויפֿן 13טן-15טן נאָוועמבער 2020.
מיט יצחק ניבאָרסקי, שרון בר־ּכוכבֿא, טל חבֿר־כיבאָווסקי און נאַטאַליע קריניצקאַ
צײַטפּלאַן
פֿרײַטיק דעם 3טן אַפּריל
פֿון 14:30 אַז’ ביז 18:00 אַז’
יצחק ניבאָרסקי : חסידישע געשטאַלטן און מאָטיוון בײַ אַהרן צייטלין (1)
אויב איר ווילט אָנטייל נעמען אינעם שבת־טיש 19.30 אַז’, רעזערווירט דאָ : https://www.weezevent.com/shabes-tish
שבת דעם 4טן אַפּריל
פֿון 9:30 אַז’ ביז 13:00 אַז’
נאַטאַליע קריניצקאַ : וווּ איז די ישועה ? – אַהרן צייטלינס ייִדנשטאָט
פֿון 14:30 אַז’ ביז 18:00 אַז’
יצחק ניבאָרסקי : חסידישע געשטאַלטן און מאָטיוון בײַ אַהרן צייטלין (2)
זונטיק דעם 5טן אַפּריל
פֿון 9:30 אַז’ ביז 13:00 אַז’
שרון בר־כּוכבֿא : זינד און טויט פֿון דע-האַן, דעם קראַנקן ייִד
פֿון 14:30 אַז’ ביז 18:00 אַז’
טל חבֿר־כיבאָווסקי : ייִדן און ייִדישקייט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַהרן צייטלינס זשורנאַליזם און פּאָעזיע
דער סעמינאַר צילט צו געבן אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון פֿראַנקרײַך און אויסלאַנד אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען דריטהאַלבן טאָג אין אַ פֿרײַנדלעכער, ייִדיש־רעדנדיקער שטודיר־סבֿיבֿה. ער באַשטייט פֿון צען לעקציעס צו אָנדערהאַלבן שעה. צום בשותּפֿותדיקן מיטאָג שבת און זונטיק ברענגט יעדער אָנטייל־נעמער עפּעס צו עסן און/אָדער צו טרינקען.
שׂכר־לימוד : 170 אייראָס פֿאַר סטודענטן אונטער 30 יאָר, אײַנגעשריבענע אין אוניווערסיטעט (מע דאַרף ווײַזן אַ לעגיטימאַציע) : 120 אייראָס. מע דאַרף זיך אומבאַדינגט אײַנשרײַבן פֿון פֿריִער.
אויב איר האָט פֿראַגעס : talmidim@yiddishweb.com
Séminaire intensif :
Rayze in a farkerter rikhtung : l’œuvre d’Aaron Zeitlin
Le séminaire intensif est reporté au 13-15 novembre 2020. Nous vous remercions de votre compréhension.
Avec Yitskhok Niborski, Sharon Bar-Kochva, Tal Hever-Chybowski et Natalia Krynicka.
Horaires :
Vendredi 3 avril
de 14h30 à 18h
Samedi 4 avril
de 9h30 à 13h
de 14h30 à 18h
Dimanche 5 avril
de 9h30 à 13h
de 14h30 à 18h
Ce séminaire a pour but de permettre à des étudiants de France ou de l’étranger de se retrouver pour deux jours et demi d’étude conviviale, et de baigner dans une ambiance linguistique yiddish. Il comprend dix cours de 1h30. Samedi et dimanche, le repas est pris en commun : chaque participant apporte sa contribution sous forme de nourriture et/ou de boisson.
Le séminaire se déroule en yiddish.
Plein tarif : 170€ Tarif réduit pour étudiants à plein temps de moins de 30 ans (joindre un justificatif d’inscription à une université) : 120€ . Inscription obligatoire.
Renseignements : talmidim@yiddishweb.com