אינטענסיווער סעמינאַר
פֿאַלשע משיחים אין ייִדישן טעאַטער
פֿונעם 26סטן ביזן 28סטן אָקטאָבער 2018
מיט יצחק ניבאָרסקי, שרון בר־ּכוכבֿא, טל חבֿר־כיבאָווסקי און נאַטאַליע קריניצקאַ
צײַטפּלאַן
פֿרײַטיק דעם 26סטן אָקטאָבער
פֿון 14:30 אַז’ ביז 18:00 אַז’
יצחק ניבאָרסקי : פֿאַלשע משיחים אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַן אַלגעמיינער אַרײַנפֿיר
שבת דעם 27סטן אָקטאָבער
פֿון 9:30 אַז’ ביז 13:00 אַז’
נאַטאַליע קריניצקאַ : יעקבֿ פֿראַנק פֿון משה קולבאַק – דאָס זוכן אַן אַלטערנאַטיוון גלויבן
פֿון 14:30 אַז’ ביז 18:00 אַז’
יצחק ניבאָרסקי : יעקבֿ פֿראַנק פֿון אַהרן צייטלין – מאַכט און מפּלה פֿון אַ בן־אָדם
זונטיק דעם 28סטן אָקטאָבער
פֿון 9:30 אַז’ ביז 13:00 אַז’
שרון בר־כּוכבֿא : דער משיחישער מאָטיוו פֿון אַ פֿאַרגלײַכיקן קוקווינקל (פּרינץ ראובֿני פֿון דוד בערגעלסאָן, משיח אין אַמעריקע פֿון משה נאַדיר, שבתי צבֿי פֿון שלום אַש)
פֿון 14:30 אַז’ ביז 18:00 אַז’
טל חבֿר־כיבאָווסקי : אַהרן צייטלינס דזשייקאָב דזשייקאָבסאָן – אויף צו מאָרגנס נאָך אַחרית־הימים
דער סעמינאַר צילט צו געבן אַוואַנסירטע סטודענטן פֿון פֿראַנקרײַך און אויסלאַנד אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען דריטהאַלבן טאָג אין אַ פֿרײַנדלעכער, ייִדיש־רעדנדיקער שטודיר־סבֿיבֿה. ער באַשטייט פֿון צען לעקציעס צו אָנדערהאַלבן שעה. צום בשותּפֿותדיקן מיטאָג שבת און זונטיק ברענגט יעדער אָנטייל־נעמער עפּעס צו עסן און/אָדער צו טרינקען.
שׂכר־לימוד : 170 אייראָס פֿאַר סטודענטן אונטער 30 יאָר, אײַנגעשריבענע אין אוניווערסיטעט (מע דאַרף ווײַזן אַ לעגיטימאַציע) : 120 אייראָס . סטודענטן קענען בעטן אַ סטיפּענדיע (talmidim@yiddishweb.com). מע דאַרף זיך אומבאַדינגט אײַנשרײַבן פֿון פֿריִער.
Séminaire intensif :
Les faux messies dans le théâtre yiddish
Du 26 au 28 octobre 2018
Avec Yitskhok Niborski, Sharon Bar-Kochva, Tal Hever-Chybowski et Natalia Krynicka.
Horaires :
Vendredi 26 octobre
de 14h30 à 18h
Yitskhok Niborski : Les faux messies dans la littérature yiddish (introduction)
Samedi 27 octobre
de 9h30 à 13h
Natalia Krynicka : Le drame Yankev Frank de Moyshe Kulbak – à la recherche d’une religion alternative
de 14h30 à 18h
Yitskhok Niborski : Le drame Yankev Frank d’Arn Tseytlin – l’humain entre puissance et échec
Dimanche 28 octobre
de 9h30 à 13h
Sharon Bar-Kochva : Le motif messianique d’un point de vue comparatiste (Prints Ruveni de Dovid Bergelson, Meshiekh in Amerike de Moyshe Nadir et Shabsay-Tsvi de Sholem Ash)
de 14h30 à 18h
Tal Hever-Chybowski : Jacob Jacobson d’Arn Tseytlin, le lendemain de l’apocalypse
Ce séminaire a pour but de permettre à des étudiants de France ou de l’étranger de se retrouver pour deux jours et demi d’étude conviviale, et de baigner dans une ambiance linguistique yiddish. Il comprend dix cours de 1h30. Samedi et dimanche, le repas est pris en commun : chaque participant apporte sa contribution sous forme de nourriture et/ou de boisson.
Le séminaire se déroule en yiddish.
Plein tarif : 170€ Tarif réduit pour étudiants à plein temps de moins de 30 ans (joindre un justificatif d’inscription à une université) : 120€ . Des bourses pourront être accordées aux étudiants (talmidim@yiddishweb.com). Inscription obligatoire.